אנווייזונגען

זֶה הַשַּׁעַר לה', צַדִּיקִים יָבֹאוּ בוֹ

המלצה כללית – דאס מצב אינעם הר הבית איז זייער ווייט פון פאסיג: דאס חורבן הבית וואס מען זעהט איבעראל פאר די בלויזע אויגן, די פילע טמא'נע גוים וואס דרייען זיך ארום פראנק און פריי אויף די הייליגסטע פלאץ וואס אפילו דער כהן גדול האט נישט געמעגט אריינגיין אהין נאר איינמאל איאר יום כפור מיט די גרעסטע מאס טהרה און מיט א שטארקע עבודה, די אראבישע וואקף וואס מענעדזשט דאס ארט, און נאכדערצו איז דא א פלאץ וואו יודן זענען בשפל המצב מער ווי סיי וואו אינעם גאנצן לאנד, איעדעס טריט און שריט איז באגרעניצט מיט א טונקעלע דיסקרימינאציע וכו' - פון די אנדערע זייט: איז דא די קדושת המקדש די הייליגקייט פון מחנה שכינה און מחנה לויה דאס זעלבע וואס עס איז געווען ווען אונזער בית המקדש איז געשטאנען על מכונו ותפארתו, ווי חז"ל זאגן מעולם לא זזה שכינה ממקומה: די שכינה האט זיך פון דא קיינמאל נישט אוועקגערירט, למעשה געוועלטיגן אונז די יודן אויפן הייליגסטן פלאץ, און מיר זענען אויפן וועג צו גאולה • דערפאר איז כדאי אז מען זאל אריינטראכטן אין די גוטע חלק וואס מיר האבן, אריינצונעמען די אור און קדושה וואס מיר זעהן היינט צוטאגס, כאטש מיר האבן נאך א שטיק וועג ביזן בנין המקדש השלישי • אין איעדענספאל, איז וויכטיג צו געדענקן אז מען געפונט זיך אין א פלאץ וואס ווערט אנגערופן 'דאס שווארץ אפל פונעם קעניג' און זיך פארמיידן פון טוען ווילדע זאכן און נישט זיך צוהערן צו די אנווייזונגען פון מדריכים אדער שוטרים אויפן פלאץ, עס ברענגט נישט קיין נוצן נאר גאר פארקערט.

אויב די ווילסט טוישן די מצב אויפן הר הבית? געדענק עס ווענדט זיך נאר אין דיר
גיי ארויף נאכאמאל און נאכאמאל און ברענג מיט די חברים מיט די בני משפחה!

רעגיסטראַציע (אָפּטיאָנאַל)

זענט איר אַ ערשטער טייַמער אָדער נאָר איר זוכט פֿאַר אַ האַנט האלטן? יעצט קענט איר זיך פארשרייבן אז איינער פון די בית-השם, ישיבה אדער כולל-מיטגלידער וועט וויסן צו ערווארטן פון דיר. מיר קענען אויך צושטעלן Hadracha ווי אַ פריי דינסט, ביידע איידער און בעשאַס דיין עלייה. צו פאַרשרייַבן, ביטע פּלאָמבירן אויס די פאָרעם אונטן:

MM slash DD slash YYYY

אַלגעמיינע עפן אַורז:

אין די ווענט פון
7:00-10:30, 12:30-1:30

אין די זומער פון
7:00-11:00, 1:30-2:30

גרופע וויזיץ
גרופּעס פון כולל & ישיבות הר הבית שטייען טאג טעגליך אין די צייטן וואס זענען געשטעלט אונטן. אַלע זענען באַגריסונג צו פאַרבינדן, און קיין רעגיסטראַציע איז פארלאנגט. די גרופעס טרעפן זיך געווענליך 5-10 מינוט פריער, ביים אריינגאנג צו דער הר הבית זיכערהייטס ליניע - גלייך אַנטקעגן די טרעפ. אַמאָל זיי באַקומען דורך זיכערהייט, די גרופּעס וואַרטן אַ ביסל מינוט אין די גאַזעבאָ איידער זיי גיין אַרויף.

7:00 AM Aliyah with Shachris and Daf Yomi
Yeshivas Har Habayis

9:30 AM Aliyah -  usually with a minyan.
Kollel Har Habayis

12:30 Aliyah with Mincha and Shiur - ווינטער
1:30 Aliyah with Mincha and Shiur - זומער
Yeshiva & Kollel Har Habayis

א איבערזוכט פון טעכנישע אנווייזונגען ארויפצוגיין צום הר הבית

הערה: די דאזיגע מדריך איז געשריבן געווארן ארויסצוהעלפן מיט פראקטישע  ריט כדי צו העלפן די וואס ווילן ארויפגיין צום הר הבית, די אנווייזונגען זענען דא געשריבן בקיצור, בעיקר כדי מען זאל  ויסן מער ווייניגער וואס מען דארף טוען. פאר מער אינפארמאציע רופט איינע פון די קאנטאקטן צוגעצייכנט אונטען פונעם עמוד אדער שיקט אן אימעיל צו: [email protected] פאר איהר רופט אדער אימעילט ליינט אדורך די גאנצע מדריך אזוי וועט איהר זיין גענוג אינפארמירט צו וויסן וואס פונקטליך צו פרעגן.

זמני פתיחה של עלייה להר הבית
צייטן וואס די הר הבית איז אפען פאר יודן

צייטן וואס די הר הבית איז אפען פאר יודן איז - פון זונטאג ביז דאנערשטאג (פרייטאג און שבת קודש איז דער הר הבית לצערנו דערווייל פארבאטן פאר יודן) (ווי אויך איז דער הר הבית פארבאטן פאר יודן אין די טעג פון מוסלמענישע חגאות, די מוסלמענישע חגאות רוקט זיך כסדר אויפן לוח, די זעלבע חגא וואס פאלט אויס אמאל און די ווינטער קען זיך רוקן און אויספאלן שפעטער אינעם יאר, דערפאר איז די בעסטע אפציע זיך נאכצופרעגן פאר מען קומט)

אינדערפרי:
7:00 - 11:30 (זוממער זייגער)
7:00 - 10:30 (ווינטער זייגער)
נאכמיטאג:
13:30 - 14:30 (זוממער זייגער)
12:30 - 13:45 (ווינטער זייגער)

וויאזוי אנצוקומען צום הר הבית

תחבורה ציבורית/פובליק טראנספארטאציע
1. אוטובוס אגד - קו/ליניע 1 און 3 דערגרייכן נאנט צום אריינגאנג פונעם הר הבית, קו/ליניע 38 דערגרייכט ביזן שער האשפות.
2. מען קען פארן מיטן הרכבת הקלה אדער מיט פארשידענע קווים/ליניעס פון אוטובוסים ביז כיכר ספרא און פון דארט גיין צופיס דורך שער יפו, א ווייטקייט פון בערך 15 מינוט גיין.

פריוואטע אויטא – געווענליכע וואכן טעג (זונטאג-דאנערשטאג)
מען קען אריינפארן צו עיר העתיקה דורך שער יפו ביז 9:00 אזייגער אינדערפרי און ארויספארן דורך שער האשפות צום כיוון פון מעלה השלום.
ימי חג ומועד – אין די טעג וואס די עיר העתיקה איז פארשפארט פאר פריוואטע אויטאס, איז רעקאמאנדירט זיך באנוצן מיט די תחבורה ציבורית/פובליק טראנספארטאציע ווי דערמאנט אויבן, אדער צו אוועקשטעלן דעם אויטא אין איינע פון די חניונים נעבן ממילא (קרתא).
נאנסטע פארקינג
3. מען קען אוועקשטעלן א פריוואטע אויטא אין מעלה השלום – די גאס וואס גייט ארויף פון שער האשפות צו הר ציון 
4. אדער אין איינס פון די צוויי מגרשי החניה/פארקינג פלעצער וואס געפינט זיך נעבן שער ציון (ארויפציער אינעם גאס). מען קען אהין דערגרייכן אדער פון שער האשפות (איין-זייטיגע טראפיק) און אויך פון שער יפו/בריכת הסולטן (צוויי-זייטיגע טראפיק). די חניה/פארקינג צאלט מען דורך תשלום עירוני.
5. נאך פארקינג – מען קען זיך אויך אוועקשטעלן אין איינע פון די חניונים נעבן ממילא (קרתא). און דערנאך גיין צופיס דורך שער יפו.

אנדערע וועגן:
עס איז פארהאן נאך פארשידענע וועגן וויאזוי אנצוקומען צום הר הבית, ווי דורך: הר ציון, אבו תור - עיר דוד, שער שכם - רחוב הגיא, רחוב דרך העופל, שער האריות און נאך, אבער מיר האבן זיך בעיקר באצויגן צו די הויפט וועגן.

פראצעדורען פון אריינגאנג און ארויסגאנג פונעם הר הבית:
פון אלע 12 טויערן איז נאר איינס אפען פאר יודן – שער הלל (המוגרבים – הרמב"ם)
די שער איז אויף די רעכטע זייט ווען מען קומט פון שער האשפות - אנשטאט אריינצוגיין צום רחבת הכותל המערבי (אדער אויף די לינקע זייט אויב מען קומט פון רחבת הכותל)

משטרה טשעק-פוינט:
מען דארף אדורכגיין א ספעציעלע משטרה טשעק-פוינט - די משטרה וועט באקוקן די תעודת זהות, אדורכפירן א זיכערהייט פראצעדור און געבן אלגעמיינע אנווייזונגען וועגן כללים ביים ארויפגיין און ארומגיין אינעם הר הבית

זיך שטעלן אין תור:
אין די רייע ביים אריינגאנג צום טשעק-פוינט שטייען געווענליך אלגעמיינע באזוכער און טוריסטן. – אבער למעשה איז לצערנו פארהאן אנדערע פראצעדורען און באציאונגען צו יודן מיט א פרומע געשטעל לגבי די איבריגע באפעלקערונג (זיכערהייט באגלייטונג און נאך). דערפאר איז נישט רעקאמאנדירט פאר יודן צו שטייען אין די רייע מיט די איבריגע באזוכער און טוריסטן, נאר מען זאל תיכף צושפאצירן צום משטרה טשעק-פוינט צוזאמען מיט די אנדערע פרומע יודן וואס זענען דארט. רוב מורי הדרך קענען שוין די פראצעדור, אבער אויב מאכט זיך סיי וואספארא שוועריקייטן, זאל מען זיך פארבינדן מיט איינע פון די שוטרים אדער זיכערהייט ארבייטער ביים טשעק-פוינט אדער מיט איינע פון די וועטעראן-עולים פאר הילף. – עס איז וויכטיג נישט אריינצוגיין אין איבריגע קריגערייען מיט די מורי הדרך און זיכער נישט מיט די טוריסטן, א שטילע אבער זיכערע אויפפירונג שטעלט זיך ארויס אלץ די פארזיכערסטע וועג.

ארויסגאנג פונעם הר הבית:
דאס ארויסגאנג פונעם בארג ווערט געטון דורך די שער השלשלת (נאנט צום מג"ב באזע 'המחכמה').

צוריקקומען צום פונקט פון אריינגאנג:
אויב מען וויל זיך טרעפן מיט א חבר/משפחה, אדער אפנעמען חפצים פון די לאקערס - דאס ווערט געטון דורך די רחבת הכותל. אריינגאנג צום רחבת הכותל געפונט זיך אפאר צענדליגער מטרים אפגערוקט פונעם ארויסגאנג פונעם הר הבית. מען קען זיך נאכפרעגן פונקטליך וואו צו גיין דורך די וועטעראן-עולים אדער דורך די צענדליגער שוטרים וואס שטייען דארטן אויפן פלאץ.

תעודת זהות: ברענגט מיט זיך א תעודת זהות - אידענטיפיצירן ID קארטעל (רישיון רכב, פאספארט וכדו').

ספרים ותשמישי קדושה: די משטרה פארבאט אריינצוברענגן אויפן הר הבית יודישע הייליגע חפצים צ.ב. סידור, תפילין און דאס גלייכן. עס איז צוגעשטעלט ספעציעלע לאקערס נעבן די עמדת הבידוק לטובת די עולים וואו מען קען אוועקלייגן די ספרים און דאס גלייכן. אויפן הר הבית קען מען נוצן א סמארט-טעלעפאן אדער טאבלעט וואס האט אויף זיך אן אפליקאציעס מיט סידור, תפילות וכו' - אדער זיך איינחזר'ן די תפילות אויף אויסעווענדיג, וואו אויך איז כדאי פון פאראויס צוגרייטן סיי וועלכע נעמען מען וויל דערמאנען ביים דאווענען.

קליקט דא פאר א PDF מיט ספעציעלע תפילות פאר חזרת השכינה און גאולה ׁ(זעה אויך די ספעציעלע לשם יחוד ביים ענדע פון דעם דף).

בית הכסא/שירותים: די משטרה פארבאט יודן צו נוצן די בית הכסא אויפן הר הבית. – עס איז ראטזאם זיך צוצוגרייטן פון פאראויס פאר מען שטעלט זיך אין די שורה ארויפצוגיין. עס געפינען זיך שירותים אין מרכז דוידסון און אויך ביים כותל.

ילדים/קינדער: קינדער פילן זייער די הייליגקייט פונעם פלאץ כאטש אזוי שטארק ווי די עלטערע, עס איז שטארק רעקאמענדירט זיי מיט צוברענגען. און עס איז כדאי זיי צוצוגרייטן פון פאראויס, דורך רעדן צו זיי פון די קדושת המקדש, ווייזן בילדער פונעם בית המקדש, כדי זיי זאלן זיך קענען בעסער פארשטעלן בשעת'ן זיין אויפן הר הבית – ווי אויך איז וויכטיג זיי צוצוגרייטן מיט טעכנישע פארברייטונגען דורך נוצן די ביה"כ פאר מען שטעלט זיך אין די שורה ארויפצוגיין, ווי אויך זיי מיטגעבן א פלעשל טרינקען און אביסל צובייס. (אזוי וועט עטץ פארדינען א ברכה אויפן הר הבית און צו האלטן די קינדער רואיג דורכאויס).

אכילה ושתיה קלה: ביים אריינגאנג נאך די עמדת בדיקת המשטרה איז צוגעשטעלט ספעציעל פאר די עולי הר הבית לייכטע צובייס מיט געטראנקען, קפה, טיי, קאלט וואסער זיך צו דערכאפן דאס הארץ פארן ארויפגיין.

כלי נשק/געווער: מען לאזט נישט אריינגיין צום הר הבית מיט סיי וואספארא געווער. אויב מען האט געווער קען מען עס איבערלאזן ביי די תחנה משטרת הכותל (נאנט צום אריינגאנג צו די כותל טונעלען, העכער די אריינגאנג צו די בית הכסא'ס).

מדריכים/באגלייטונג: עס איז שטארק רעקאמענדירט כאטש ביי די ערשטע פאר עליות צו ווערן באגלייט דורך א יוד וואס קען זיך גוט אויס מיט די גרעניצן פון די הר הבית וואו מען מעג נישט אדער יא גיין. - איעדן טאג ווארטן עקספיריענסט מדריכים צוגעשטעלט דורך "כפות מנעול" ביים אריינגאנג צום הר הבית, וואס טוען באגלייטן און ארויסהעלפן די עולים להר הבית. -  היינט צוטאגס איז שוין ב"ה פארהאן א טעגליכע (זונטאג-דאנערשטאג):
1) מנין שחרית בשעה 7:00 אינדערפרי וואס גייט ארויף מיט תלמידי חכמים מובהקים ויר"ש בראשות הרב אליהו וובר און הרב יצחק ברנד וואס מען קען זיך אויף זיי פארלאזן וואו יא צו גיין און וואו נישט (מען דאווענט אנגעהויבן פון ישתבח ביז נאך אשרי ובא לציון אן טלית ותפילין).
2) ישיבת הר הבית און כולל דרישת ציון מיט א שיעור אין הלכה בראשות הרב אלישע וולפסון בשעה 9:00
3) מנין מנחה בראשות הרב אלישע וולפסון בשעה 13:30
אויסער דעם איז כמעט שטענדיג דא נאך אידן וואס גייען ארויף ע"פ הלכה און מען קען מיט זיי מיטגיין.
בנוסף צו דעם לאזט די משטרה נישט גיין נאנט צו פלעצער וואו מען טאר נישט גיין.
פארשטייט זיך אויב מעגליך כאטש ביי די ערשטע מאל וואס מען גייט ארויף זיך אפשמועסן פון פאראויס מיט א מדריך-באגלייטער.

געדענק - לייג צו קאפ: ארויפגיין צום הר הבית איז מותר נאר נאכן לערנען די נויטיגע הלכות, זיך טובל'ן אין א כשרע מקווה (אדער קוואל), אויסטוען די לעדערנע שיך, מיט מורא מקדש-רעספעקט, און פאר א ציעל פון מקיים זיין א מצוה (מצוות דרישת המקדש, מצוות מורא מקדש, מצוות התפילה, מצוות הורשת הארץ).

פארשידענע הילפס-טעלעפאן נומערן:
 ישיבת הר הבית/כולל דרישת ציון | 074-787-1553 אדער ווטסאפ 052-473-0876 HarHabait.org.il
 הלכה פראגעס פאר מענער | 720-3210–052 אדער 050-414-2425 אדער 050-696-3959
 הלכה פראגעס פאר פרויען:
הרבנית עידית ברטוב 050-366-3101 [email protected]
הרבנית יהודית בטיש 052-830-8411
 צו באשטעלן טורס אויפן הר הבית | 054-450-2498
 "כפות מנעול" - טל הורוביץ | 694-1647 -058
 משטרת ישראל - נקודת הר הבית | 02-595-5820 (אנצופרעגן פון פאראויס אויב דער הר הבית איז אפען)
(איינצושרייבן גרויסע גרופעס אדער פאר אנדערע פראגעס/בירורים)
 פאר מער פרטים | 052-720-3210, אדער 054-572-0066

בקשה – ביסטו ארויף צום הר הבית? דער מדריך האט דיר געהאלפן? ביטע פיר דאס אריבער אויף ווייטער • האסט געטראפן טעותים אדער האסט געדאנקן צו פארבעסערן סיי וואס? שרייב דאס אין די קאמענטס אויפן הר הבית וועב-זייט אדער שיק א אי-מעיל צו: [email protected]




לשם יחוד לפני העלייה להר הבית
לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ, בִּדְחִילוּ וּרְחִימוּ, וּרְחִימוּ וּדְחִילוּ, לְיַחֲדָא שֵׁם יוּד ה"א בְּאוֹתִיוֹת וא"ו ה"א בְּיִחוּדָא שְׁלִים בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל. הַרֵי אָנוּ בָּאִים לְקַיֵם מִצְוַת דְּרִישַת הַמִּקְדָּשׁ, כְּמוֹ שֶׁנֶאֱמַר: "לְשִׁכְנוֹ תִדְרְשׁוּ וּבָאתָ שָׁמָּה". - וַהֲרֵינוּ עוֹלִים לְהַר הַבַּיִת בִּקְדֻשָּׁה וּבְטָהֳרָה, וְהוֹלְכִים בְּבֵית ה' בְּרֶגֶש, בְּיִרְאַת שָׁמַיִם וּבְלֵב שָמֵחַ, וּמִּתּוךְ זְהִירוּת שֶׁלּא נִכָּנֵס אֶלָא בְּמָקוֹם הַמֻּתָּר לָנוּ, לְקַיּיֵם בְּכָךְ מִצְוַת עֲשֵֹה שֶׁל מוֹרָא מִקְדָּשׁ, כְּמוֹ שֶׁנֶאֱמַר: "אֶת שַׁבְּתֹתַי תִּשְׁמֹרוּ וּמִקְדָּשִׁי תִּירָאוּ אֲנִי ה'". - וַהֲרֵינוּ מְזַמְִּנִים אֶת פִּינוּ לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה', ולְקַיּיֵם מִצְוַת עֲשֵֹה שֶׁל הַתְּפִלָּה בְּהַר הַבַּיִת, כְּמוֹ שֶׁנֶאֱמַר: "אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ תִּירָא וְאֹתוֹ תַעֲבֹד וּבִשְׁמוֹ תִּשָּׁבֵעַ", וְאָמְרוּ חז"ל 'עָבְדֵהוּ בְּמִקְדָּשׁוֹ'. וַהֲרֵינוּ שׁוֹלְחִים אֶת תְּפִלָתֵנוּ שֶׁאַנֲחְנוּ הולְכִים לְהִתְפַּלֵל עַכְשָׁיו מֵהַר הַבַּיִת לָעֲזָרֳה ומֵעֲזָרֳה לְאוּלָם ומֵהָאוּלָם לְהֵיכָל וּמֵהֵיכָל לְקֳדְשֵי הַקֳדָשִׁים וּמִקֳדְשֵי הַקֳדָשִׁים לְהֵיכָל לִבְנַת הַסַפִּיר לְמָקוֹם שֶׁהִתְפַּלְלוּ אַבוֹתַי אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב, וְיִתְקִַּשֵר תְּפִלָה זוּ עִם כָּל הַתְּפִלוֹת שֶׁל כָּל בָּתֵּי כְנֵסִיוֹת ובָּתֵּי מִדְרָֹשוֹת וּבִּפְרַט עִם בָּנֶיךָ הַיוֹדְעִים כַּוָנֲת הַתְּפִילָה וְסוֹדוֹתֶיהָ. - וַהֲרֵינוּ עוֹלִים לְמַעַן נִזְכֶּה לָרֶשֶׁת אֶת מָקוֹם הַמִקְדָּשׁ מִּידֵי הַגוֹיִים הַמְחֲלְלִים אֶת קְדֻשָּׁתוֹ, וּכְפִי שֶׁנִצְטַוֵינוּ בַּתּוֹרָה: "וְלֹא תְחַלְּלוּ אֶת שֵׁם קָדְשִׁי וְנִקְדַּשְׁתִּי בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲנִי ה' מְקַדִּשְׁכֶם" וְנֶאֱמַר: "וְלֹא תְחָנֵּם", וְאוֹמֵר: "וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ". וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁבִּזְכוּת קִיוּם מִצְווֹת אֵלוּ, נִזְכֶּה לִגְאוֹל אֶת מָקוֹם הַשְּׁכִינָה, וּלְקַדֵשּׁ אֶת שִּׁמְךָ הַגָדוֹל וְהַקָדוֹשּׁ שֶׁנִקְרָא עָלֵינוּ, וְלִבְנוֹת אֶת בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ.

והיה באחרית הימים נכון יהיה הר בית ה' בראש ההרים ונשא מגבעות ונהרו אליו כל….

powered by nextbracket.io