כללי הלכות - צוגרייטונגען און ידיעות פארן ארויפגיין:

ג) הלכות פון גבולים אויפן הר הבית וואו מען מעג יא אדער נישט גיין


מדריך/באגלייטונג: עס איז שטארק רעקאמענדירט כאטש ביי די ערשטע פאר עליות צו ווערן באגלייט דורך א יוד וואס קען זיך גוט אויס מיט די גרעניצן פון די הר הבית וואו מען מעג נישט אדער יא גיין. - היינט צוטאגס איז שוין ב"ה פארהאן א טעגליכע (זונטאג-דאנערשטאג): 

1) מנין שחרית בשעה 7:00 אינדערפרי וואס גייט ארויף מיט תלמידי חכמים מובהקים ויר"ש בראשות הרב אליהו וובר און הרב יצחק ברנד וואס מען קען זיך אויף זיי פארלאזן וואו יא צו גיין און וואו נישט (מען דאווענט אנגעהויבן פון ישתבח ביז נאך אשרי ובא לציון אן טלית ותפילין).

2) ישיבת הר הבית און כולל דרישת ציון מיט א שיעור אין הלכה בראשות הרב אלישע וולפסון בשעה 9:00

3) מנין מנחה בראשות הרב אלישע וולפסון בשעה 13:30

אויסער דעם איז כמעט שטענדיג דא נאך אידן וואס גייען ארויף ע"פ הלכה און מען קען מיט זיי מיטגיין.
בנוסף צו דעם לאזט די משטרה נישט גיין נאנט צו פלעצער וואו מען טאר נישט גיין.
פארשטייט זיך אויב מעגליך כאטש ביי די ערשטע מאל וואס מען גייט ארויף זיך אפשמועסן פון פאראויס מיט א מדריך-באגלייטער.

געדענק - לייג צו קאפ: ארויפגיין צום הר הבית איז מותר נאר נאכן לערנען די נויטיגע הלכות, זיך טובל'ן אין א כשרע מקווה (אדער קוואל), אויסטוען די לעדערנע שיך, מיט מורא מקדש-רעספעקט, און פאר א ציעל פון מקיים זיין א מצוה (מצוות דרישת המקדש, מצוות מורא מקדש, מצוות התפילה, מצוות הורשת הארץ).


די הלכה'דיגע שטח פונעם הר הבית איז איינגעטיילט אין צוויי הויפט שטחים: מחנה לויה און מחנה שכינה. יעדער אנדערער ארט אין ירושלים און אין די אנדערע פארמויערטע שטעט ווערט גערופן אין הלכה: מחנה ישראל. איעדע פון די הייליגע שטחים האט פאַרשידענארטיגע דינים און הלכות. וואס מער אינעווייניג די שטח איז, אלס מער הייליג איז עס פון זיין די פריערדיגע שוואכערע דרגה אין קדושה, און אלץ שטרענגער זענען די הלכות און אלץ שטרענגער זענען די הלכות פון אריינגיין דערין.

ווי מיר זעהן אין תוספתא מסכת כלים (א' י'):
וכשם שהיו במדבר שלש מחנות - מחנה שכינה, מחנה לויה, מחנה ישראל, כך היו בירושלים. מפתח ירושלים ועד פתח הר הבית- מחנה ישראל; מפתח הר הבית ועד שערי נקנור– מחנה לויה; משערי נקנור ולפנים– מחנה שכינה.

פארשיקן טמאים פון די מחנות:
אין בית המקדש אין ירושלים זענען די הלכות פון "שילוח" אוועקשיקן/ארויסשיקן טמאים מדאורייתא געבליבן פונקט ווי די דיני משכן אין מדבר. אבער אין די טעג פון בית ראשון און בית שני האבן חז"ל צוגעלייגט סייגים און גדרים צו די הלכות פון פארשיקן טמאים פון די מחנות סיי פאר אידן און סיי פאר גויים. ווי די משנה זאגט אונז אין מסכת כלים (א' ו'-ט'):
עֶשֶׂר קְדֻשּׁוֹת הֵן: אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל מְקֻדֶּשֶׁת מִכָּל הָאֲרָצוֹת. וּמַה הִיא קְדֻשָּׁתָהּ, שֶׁמְּבִיאִים מִמֶּנָּה הָעֹמֶר וְהַבִּכּוּרִים וּשְׁתֵּי הַלֶּחֶם, מַה שֶּׁאֵין מְבִיאִים כֵּן מִכָּל הָאֲרָצוֹת: - 1) עֲיָרוֹת הַמֻּקָּפוֹת חוֹמָה מְקֻדָּשׁוֹת מִמֶּנָּה, שֶׁמְּשַׁלְּחִים מִתּוֹכָן אֶת הַמְּצֹרָעִים, וּמְסַבְּבִין לְתוֹכָן מֵת עַד שֶׁיִּרְצוּ. יָצָא, אֵין מַחֲזִירִין אוֹתוֹ. - 2) לִפְנִים מִן הַחוֹמָה (=מחנה ישראל, העיר ירושלים) מְקֻדָּשׁ מֵהֶם, שֶׁאוֹכְלִים שָׁם קָדָשִׁים קַלִּים וּמַעֲשֵׂר שֵׁנִי. - 3) הַר הַבַּיִת (=מחנה לוייה) מְקֻדָּשׁ מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵין זָבִים וְזָבוֹת, נִדּוֹת וְיוֹלְדוֹת נִכְנָסִים לְשָׁם. (כמו כן, אסורה גם כניסת בעל קרי למחנה לוויה, על פי דרשת התלמוד במסכת פסחים). - 4) הַחֵיל מְקֻדָּשׁ מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵין גּוֹיִם וּטְמֵא מֵת נִכְנָסִים לְשָׁם. - 5) עֶזְרַת נָשִׁים מְקֻדֶּשֶׁת מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵין טְבוּל יוֹם נִכְנָס לְשָׁם, וְאֵין חַיָּבִים עָלֶיהָ חַטָּאת. – 6) עֶזְרַת יִשְׂרָאֵל (=מחנה שכינה) מְקֻדֶּשֶׁת מִמֶּנָּה, שֶׁאֵין מְחֻסַּר כִּפּוּרִים נִכְנָס לְשָׁם, וְחַיָּבִין עָלֶיהָ חַטָּאת. – 7) עֶזְרַת הַכֹּהֲנִים מְקֻדֶּשֶׁת מִמֶּנָּה, שֶׁאֵין יִשְׂרָאֵל נִכְנָסִים לְשָׁם אֶלָּא בִשְׁעַת צָרְכֵיהֶם, לִסְמִיכָה לִשְׁחִיטָה וְלִתְנוּפָה: - 8) בֵּין הָאוּלָם וְלַמִּזְבֵּחַ מְקֻדָּשׁ מִמֶּנָּה, שֶׁאֵין בַּעֲלֵי מוּמִין וּפְרוּעֵי רֹאשׁ נִכְנָסִים לְשָׁם. – 9) הַהֵיכָל מְקֻדָּשׁ מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵין נִכְנָס לְשָׁם שֶׁלֹּא רְחוּץ יָדַיִם וְרַגְלָיִם. - 10) קֹדֶשׁ הַקֳּדָשִׁים מְקֻדָּשׁ מֵהֶם, שֶׁאֵין נִכְנָס לְשָׁם אֶלָּא כֹּהֵן גָּדוֹל בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים בִּשְׁעַת הָעֲבוֹדָה.

די הלכות פון אריינגיין אין די פארשידענע שטחים פון קדושה אין די צייט וואס דער מענטש איז טמא לערנען חז"ל פון פסוקים וואס רעדן וועגן פארשיקן און דערווייטערן טמאים פון מחנה ישראל אינעם מדבר. אין די פסוקים זעהן מיר די דערמאנט דעם איסור אז מצורעים, זבים, מענטשן טמא פון קרי. און מענטשן טמא פון מתים טארן נישט אריין קומען אין דער געגנט גערופֿן "מחנה":

א - מחנה ישראל
די שטח לאַגער געגנט פון אַלע שבטים. נאָר מצורעים זענען פאַרבאָטן אהין אריינצוגיין, אָבער יעדע אנדערע טומאה וואָס קומען אויס פון דעם גוף און טמא מת זענען יא ערלויבט.

ב - מחנה לוויה: דאס ארט וואו שבט לוי קומט זיך צוזאם ארום דעם משכן. איז אסור אריינצוגיין פאר די וואס האבן טומאה וואס גייט ארויס פון דעם גוף ((מצורעים, זבים וזבות, יולדות, נידות וטמאי קרי), אבער עס איז יא מותר אריינצוגיין פאר א טמא מת, אפילו דער מת אליין מעג מען אהין ארויפטראגן, און חז"ל האבן דאס געלערנט פֿון דעם וואָס משה רבינו ע"ה וועלכער האט געוואוינט אין מחנה לוויה, האָט מיט זיך מיטגעטראָגן די ביינער פון יוסף.

• הר הבית: השטח המזרחי, החצר המערבית, הרחבה הדרומית והחלק הצפוני הסמוך לסורג והחיל מבחוץ.
• הסורג: מחיצת אבנים נמוכה, שעד אליה מותרת הכניסה לגויים ולטמאי מתים. נמצא לפני החיל.
• החיל: השטח בין הסורג לכותלי העזרות.
• עזרת נשים: שטח שנמצא ממזרח לעזרה, ושימש לכינוסים ציבוריים ופעולות אחרות שלא נכללו בעבודת הקורבנות. מן התורה דינם של החיל ועזרת הנשים כהר הבית, אולם מדרבנן אסור לטמאי מתים להיכנס אליהם.

ג - מחנה שכינה: די אוהל מועד (פונעם עזרת ישראל אין ווייטער ביזן ק"ק) - אַלע טמאים זענען פאַרבאָטן אַרײַנצוגיין אהין: סיי די מיט טומאה וואָס קומען אַרויס פון דעם גוף (מצורעים, זבים וזבות, יולדות, נידות וטמאי קרי), טמאי מתים און אַלע וואס זענען טמא פון קאָנטאַקט מיט עפּעס אומריין (שרץ, נבלה, אַנדערע טומאות). ווער עס גייט אריין אהין בטומאה, איז חייב כרת.
• עזרת ישראל: השטח הפנימי ביותר אליו הורשו ישראלים להיכנס שלא לצורך.
• עזרת כהנים: שטח ששימש את הכהנים וכן ישראלים שנכנסו לצורך הקרבת קרבן.
• בין האולם ולמזבח: השטח הפנימי ביותר אליו הורשו להיכנס כהנים בעלי מומים.
• ההיכל: השטח הפנימי ביותר אליו הורשו להיכנס הכהנים.
• הדביר או קודש הקודשים: אליו נכנס רק כהן גדול ביום הכיפורים.

דעריבער די גרעניצן פון קדושה וואס זענען אסור אריינצוגיין זענען ווי פאלגענד:
עס איז פאַרבאָטן פאר מצורעים אַרײַנצוגיין אין אַלע שטעט וואָס זענען אַרומגערינגלט מיט אַ מויער פון די טעג פון יהושע בן נון, אַרײַנגערעכנט דעם שטח פון ארגעניאלן שטאט ירושלים.
די וואָס זענען טמא מיט טומאה וואָס קומען פון דעם גוף, אַרייַנגערעכנט: זב, זבה, יולדת, נידה און בעל קרי וואָס זענען נישט געווארן גערייניגט דורך טבילה: איז פאר זיי פאַרבאָטן דאס אַרייַנגאַנג צום הר הבית.
פֿאַר גויים, און פֿאַר אידן וואס זענען טמא פון א מת: איז פאַרבאָטן דאס אַרייַנגאַנג פון נאכן סורג צום חיל.
פאר א טבול יום: איז פאַרבאָטן דאס אַרייַנגאַנג צום עזרת נשים.
פאר די וואס פעלט כפרה: איז פאַרבאָטן דאס אַרייַנגאַנג צום עזרת ישראל.

אַריינצוגיין ווען מען איז טמא בהיתר:
עס זענען פאראן פאלן וואס מען האט געלאזט אריינגיין אפילו אין טומאה, ווי למשל ווען מען דארף בויען/פארריכטן דעם בית המקדש און עס זענען נישט דא קיין טהורים צו טון. אויך ווען די גאנצע ציבור אדער רוב זענען אלע טמא פון מתים, אויך האט מען געלאזט אריינגיין אריבער דעם חיל פאר די ציעל פון מקריב זיין קרבנות, לויט דעם כלל אז טומאה איז מותר בציבור.

אריינקומען ליידיג אן קיין סיבה:
דער, וואָס קומט אריין אינעם עזרה, נישט מיטן ציעל צו טוען אן עבודה אָדער זיך בוקן, ווערט געשטראפט מיט מלקות, און דער וואָס קומט אריין אינעם קודש הקדשים, איז חייב מיתה. אין דער משנה ווערט אויך דערמאנט, אז עס איז אסור אדורכצוגיין דעם הר הבית ווי אַ דורכוועג צו אַן אַנדער אָרט (קפנדריא), און דער רמב”ם געבט צו: “לא יכנס בה אלא לדבר מצוה” – 'מען זאל נאר אריינגיין צום הר הבית צו טוען א דבר מצווה'.




  1. ארויפגיין פאר א דבר מצוה: ארויפגיין צום הר הבית מעג זיין נאר פאר די סיבה פון מקיים זיין א מצוה – אדער צו שטארקן דאס יודישע אחיזה אינעם פלאץ, די מצוה פון לשכנו תדרשו צו לערנען וועגן מקדש צו ערוועקן די געפילן און זיך דערנענטערן צום בנין בית המקדש, אדער פאר די מצוה פון תפלה צו דאווענען און דאס פלאץ וואס דארט איז די שטערקסטע מסוגל פאר די תפלות צו ווערן אנגענומען. – דאס ארויפגיין איז מיט געמישטע געפילן, פון איין זייט בשמחה אויף די זכות וואס אונזער דור האט צו קענען זיך אביסל צוריקקערן צו אונזער בית חיינו, פון די אנדערע זייט מיט אבלות על העזרה השוממה והחרבה, צו זעהן דעם ביטערן חורבן פון דעם תל תלפיות אזוי נאנט פאר די אויגן, נישטא קיין מקדש קיין עבודה קיין כהן קיין מזבח, נאר אנשטאט איז שועלים הלכו בו מיט דיס-רעספעקט פאר אלעס וואס אונז הייליג. – מען טאר נישט ארויפגיין צום הר הבית ווייל מען וויל נוצן דאס ארט אלץ א קיצור-דרך א דורכוועג-שאורקאט אנצוקומען שנעלער צו אן אנדערען ארט.

  2. טאשקע/רוק זאק: דאס ארויפגיין צום בארג איז אן עבודה פון דינען הקב"ה אין אזא הייליגע פלאץ דורך תפילה און בענקשאפט צום בית המקדש. דערפאר, טאר מען נישט ארויף מיט זאכן וואס העלפן נישט צו העלפן דעם ציהל. צום ביישפיל – מען גייט נישט אריין מיט א רוקן-זאק, טאשקע אדער סיי וועלכע אנדערע זעקל, סיי אין די הענט און סיי ארומגעבינדן ארום די לענדן. נאר אויב דאס זעקל איז שיין און מכובד'דיג און דער וואס טראגט עס דארף עס וויכטיג האבן פאר די חפצים וואס געפונען זיך דערין. אדער ווען איז אינגאנצן פארדעקט מיט די קליידער וואס מען האט אן.

  3.  

    מכובד'יגע קליידער: מען דארף זיך אנטוען אויף א מכובד'דיגע און צניעות'דיגע פארנעם, ווי עס פאסט ווען מען גייט אין אזא חשובע און הייליגע פלאץ (צ.ב. א העמעד מיט ערמעל). - אויסער דעם וואס קומען נישט אנגעטוען מיט צניעות איז נישט אויסגעהאלטן סיי מצד כבוד פאר די פלאץ און סיי מצד הלכה, גיין מיט א קלייד וואס דעקט נישט צו רוב פונעם גוף קען אויך צוברענגן צו אום-אמגענעמליכקייטן און קריגערייען פון די "משמרת הצניעות" פון די וואקף.

  4. שיך פון לעדער: מען טאר נישט ארויפגיין צום הר הבית מיט שיך פון לעדער. מען קען ארויפגיין מיט יום כיפור שיך (פלעסטיק, סחורה, גומי וכו'). – די געווענליכע שיך קען מען איבערלאזן אין די לאקערס וואס איז צוגעשטעלט לטובת העולים נעבן די עמדת בדיקת המשטרה ביי שער הלל (המוגרבים) ממש פאר מען גייט ארויף. (אויב מען גייט בארוועס דארף מען זיכער מאכן אז די פיס איז ריין פונעם וועג). עס איז אויך צוגעשטעלט עקסטערע פלאסטיק שיך ביים אריינגאנג וואס מען קען בארגן אויב מען האט נישט מיט זיך, פונדעסטוועגן איז ראטזאם אז מען זאל יא מיטברענגן. ווען מען טוט אויס די געווענליכע שיך פארן ארויפגיין זאל מען קודם אויסטוען די רעכטע שיך (און נישט די לינקע שיך ווי געווענליך) ווייל דאס איז א חליצה של מצווה דארף מען מכבד זיין די רעכטע זייט קודם.

  5. שפייען: נישט שפייען אויף דער ערד - אויב האט מען נישט קיין ברירה, קען מען אריינשפייען אין א טישו אדער טאשטיכעל (הערה: ראטזאם מיטצונעמען אין טאש)

  6. אויפפירן מיט רעספעקט: זיך אויפפירן מיטן פולסטן כבוד און רעספעקט – זיך פארמיידן פון זייטיגע שמועסערייען שיחה בטלה און פון קלות ראש וואס פאסט זיך נישט פאר אזא מקום קדוש, ענדליך צו די הלכות וואס שטייט ביי א בית כנסת און נאך מער. – מען מעג עסן און טרינקען און נעמען בילדער, אבער פארשטייט זיך מיט אנגעהאלטענקייט און רעספעקט.

  7. שיחה בטילה: מען טאר נישט רעדן איבריגע רייד אינעם הר הבית, דערפאר איז רעקאמענדירט נישט אריינצוגיין מיט א טעלעפאן וכדו' און כאטש לכל הפחות עס צו פארלעשן פאר מען גייט אריין.

  8. פניה לימין/זיך קערן רעכטס: ווען מען גייט אריין צום הר הבית, גייט מען אריין דורך די רעכטע ריכטונג און מען גייט ארום און דערנאך ארויס פון די לינקע זייט.

  9. מדריך/באגלייטונג: עס איז שטארק רעקאמענדירט כאטש ביי די ערשטע פאר עליות צו ווערן באגלייט דורך א יוד וואס קען זיך גוט אויס מיט די גרעניצן פון די הר הבית וואו מען מעג נישט אדער יא גיין.

דיני הקריעה על ראיית מקום המקדש

והיה באחרית הימים נכון יהיה הר בית ה' בראש ההרים ונשא מגבעות ונהרו אליו כל….

powered by nextbracket.io