ב) מורא מקדש/רעספעקט:
עס איז א מצוות עשה צו האבן רעספעקט/עהרעפארכט פארן מקדש אפילו ווען עס איז חרוב, דערפאר דארף דאס ארויפגיין צום הר הבית געטוהן ווערן מיטן פולסטן ערענסקייט און מורא מקדש אזויווי דער פסוק זאגט: "ומקדשי תיראו". "לא מן המקדש אתה ירא, אלא ממי שציווה על יראתו" – 'נישט פונעם מקדש האסטו מורא, נאר פון דעם וואס האט באפוילן אויף זיין יראה'.
ארויפגיין פאר א דבר מצוה: ארויפגיין צום הר הבית מעג זיין נאר פאר די סיבה פון מקיים זיין א מצוה – אדער צו שטארקן דאס יודישע אחיזה אינעם פלאץ, די מצוה פון לשכנו תדרשו צו לערנען וועגן מקדש צו ערוועקן די געפילן און זיך דערנענטערן צום בנין בית המקדש, אדער פאר די מצוה פון תפלה צו דאווענען און דאס פלאץ וואס דארט איז די שטערקסטע מסוגל פאר די תפלות צו ווערן אנגענומען. – דאס ארויפגיין איז מיט געמישטע געפילן, פון איין זייט בשמחה אויף די זכות וואס אונזער דור האט צו קענען זיך אביסל צוריקקערן צו אונזער בית חיינו, פון די אנדערע זייט מיט אבלות על העזרה השוממה והחרבה, צו זעהן דעם ביטערן חורבן פון דעם תל תלפיות אזוי נאנט פאר די אויגן, נישטא קיין מקדש קיין עבודה קיין כהן קיין מזבח, נאר אנשטאט איז שועלים הלכו בו מיט דיס-רעספעקט פאר אלעס וואס אונז הייליג. – מען טאר נישט ארויפגיין צום הר הבית ווייל מען וויל נוצן דאס ארט אלץ א קיצור-דרך א דורכוועג-שאורקאט אנצוקומען שנעלער צו אן אנדערען ארט.
טאשקע/רוק זאק: דאס ארויפגיין צום בארג איז אן עבודה פון דינען הקב"ה אין אזא הייליגע פלאץ דורך תפילה און בענקשאפט צום בית המקדש. דערפאר, טאר מען נישט ארויף מיט זאכן וואס העלפן נישט צו העלפן דעם ציהל. צום ביישפיל – מען גייט נישט אריין מיט א רוקן-זאק, טאשקע אדער סיי וועלכע אנדערע זעקל, סיי אין די הענט און סיי ארומגעבינדן ארום די לענדן. נאר אויב דאס זעקל איז שיין און מכובד'דיג און דער וואס טראגט עס דארף עס וויכטיג האבן פאר די חפצים וואס געפונען זיך דערין. אדער ווען איז אינגאנצן פארדעקט מיט די קליידער וואס מען האט אן.
מכובד'יגע קליידער: מען דארף זיך אנטוען אויף א מכובד'דיגע און צניעות'דיגע פארנעם, ווי עס פאסט ווען מען גייט אין אזא חשובע און הייליגע פלאץ (צ.ב. א העמעד מיט ערמעל). - אויסער דעם וואס קומען נישט אנגעטוען מיט צניעות איז נישט אויסגעהאלטן סיי מצד כבוד פאר די פלאץ און סיי מצד הלכה, גיין מיט א קלייד וואס דעקט נישט צו רוב פונעם גוף קען אויך צוברענגן צו אום-אמגענעמליכקייטן און קריגערייען פון די "משמרת הצניעות" פון די וואקף.
שיך פון לעדער: מען טאר נישט ארויפגיין צום הר הבית מיט שיך פון לעדער. מען קען ארויפגיין מיט יום כיפור שיך (פלעסטיק, סחורה, גומי וכו'). – די געווענליכע שיך קען מען איבערלאזן אין די לאקערס וואס איז צוגעשטעלט לטובת העולים נעבן די עמדת בדיקת המשטרה ביי שער הלל (המוגרבים) ממש פאר מען גייט ארויף. (אויב מען גייט בארוועס דארף מען זיכער מאכן אז די פיס איז ריין פונעם וועג). עס איז אויך צוגעשטעלט עקסטערע פלאסטיק שיך ביים אריינגאנג וואס מען קען בארגן אויב מען האט נישט מיט זיך, פונדעסטוועגן איז ראטזאם אז מען זאל יא מיטברענגן. ווען מען טוט אויס די געווענליכע שיך פארן ארויפגיין זאל מען קודם אויסטוען די רעכטע שיך (און נישט די לינקע שיך ווי געווענליך) ווייל דאס איז א חליצה של מצווה דארף מען מכבד זיין די רעכטע זייט קודם.
שפייען: נישט שפייען אויף דער ערד - אויב האט מען נישט קיין ברירה, קען מען אריינשפייען אין א טישו אדער טאשטיכעל (הערה: ראטזאם מיטצונעמען אין טאש).
אויפפירן מיט רעספעקט: זיך אויפפירן מיטן פולסטן כבוד און רעספעקט – זיך פארמיידן פון זייטיגע שמועסערייען שיחה בטלה און פון קלות ראש וואס פאסט זיך נישט פאר אזא מקום קדוש, ענדליך צו די הלכות וואס שטייט ביי א בית כנסת און נאך מער. – מען מעג עסן און טרינקען און נעמען בילדער, אבער פארשטייט זיך מיט אנגעהאלטענקייט און רעספעקט.
שיחה בטילה: מען טאר נישט רעדן איבריגע רייד אינעם הר הבית, דערפאר איז רעקאמענדירט נישט אריינצוגיין מיט א טעלעפאן וכדו' און כאטש לכל הפחות עס צו פארלעשן פאר מען גייט אריין.
פניה לימין/זיך קערן רעכטס: ווען מען גייט אריין צום הר הבית, גייט מען אריין דורך די רעכטע ריכטונג און מען גייט ארום און דערנאך ארויס פון די לינקע זייט.
מדריך/באגלייטונג: עס איז שטארק רעקאמענדירט כאטש ביי די ערשטע פאר עליות צו ווערן באגלייט דורך א יוד וואס קען זיך גוט אויס מיט די גרעניצן פון די הר הבית וואו מען מעג נישט אדער יא גיין. - היינט צוטאגס איז שוין ב"ה פארהאן א טעגליכע מנין שחרית בשעה 7:00 אינדערפרי וואס גייט ארויף מיט תלמידי חכמים מובהקים ויר"ש וואס מען קען זיך אויף זיי פארלאזן וואו יא צו גיין און וואו נישט (מען דאווענט פון ישתבח ביז נאך אשרי ובא לציון אן טלית ותפילין), דאס זעלבע איז דא א מנין מנחה בשעה (13:30 זוממער זייגער), אויסער איז כמעט שטענדיג דא נאך אידן וואס גייען ארויף ע"פ הלכה און מען קען מיט זיי מיטגיין, בנוסף צו דעם לאזט די משטרה נישט גיין נאנט צו פלעצער וואו מען טאר נישט גיין.
עס זענען פארהאן פוסקים וואס האלטן אז מען דארף רייסן קריעה ווען מען זעהט די מקום המקדש אין איהר חורבן. אין טעג פון שמחה שבת, יו"ט ווי אויך אום חול המועד, ראש חודש, חנוכה אדער פורים רייסט מען נישט
קיין קריעה. מען רייסט נאר אויב מען האט נישט געזעהן דאס ארט פאר 30 טעג אדער מער. עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז נאר א יוד וואס קומט יעצט פון חוץ לארץ דארף רייסן. ווי אויך זענען דא וואס זענען מקיל דורך מקנה זיין דעם אויבערשטען בגד פאר א חבר אזוי אז וויבאלד דאס קלייד איז נישט זיינס בשעת מען דארף רייסן ווערט ער גע'פטר'ט פון די קריעה. ווער עס וויל מחמיר זיין קען דאס טוען איעדעס מאל וואס עס איז אריבער 30 טעג פונעם לעצטן באזוך. למעשה זאל מען כאטש איינמאל אין לעבן רייסן קריעה ווען מען זעהט דאס ארט צום ערשטן מאל. (עיין בספר 'פניני הלכה – ליקוטים בענייני העם והארץ' ט, י-יב).
דורכ'ן ארויפגיין צום הר הבית איז מען מקיים אסאך מצוות ווי לְשִׁכְנוֹ תִדְרְשׁוּ וּבָאתָ שָׁמָּה, וּמִקְדָּשִׁי תִּירָאוּ, וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ און נאך. עס זענען פארהאן פוסקים וואס האלטן אז פאר איעדע מצוה וואס מען טוט צום ערשטן מאל אין לעבען דארף מען דאנקן הקב"ה מיט די ברכת שהחיינו. איבערהויפט ווען זעהט די מחנה שכינה פון די נאנט. (הרב ישראל אריאל)
פארן באזוכן הר הבית מוז מען זיך טובלען אין א מקוה וואס איז כשר מדוריאסא (ביבליקלי כשר). פילע מענער מקוואות זענען בלויז גוט פֿאַר וואָס איז גערופן "ווילס עזרא" אָבער זיי זענען נישט גענוג כשר פֿאַר טוויללע ד'אוריאַסאַ. דעם טבילה זאָל נעמען אָרט דער מאָרגן פון דיין וויזיט.
פארן באזוכן הר הבית מוז מען זיך טובלען אין א מקוה וואס איז כשר מדוריאסא (ביבליקלי כשר). פילע מענער מקוואות זענען בלויז גוט פֿאַר וואָס איז גערופן "ווילס עזרא" אָבער זיי זענען נישט גענוג כשר פֿאַר טוויללע ד'אוריאַסאַ. דעם טבילה זאָל נעמען אָרט דער מאָרגן פון דיין וויזיט.
אויב האט מען שוין געהאט קיין סעמינאלע ארויסגעבונג זינט די לעצטע טווילה, דאן דארף מען זאגן א ברכה גלייך פארן טובלען בשעת מען שטייענדיג אין וואסער מיט פארפליכטע הענט איבער די ברוסט.
די ברכה איז ברוך... אשר קדשנו במצוותיו וציוונו על הטבילה.
מען זאָל נישט טראָגן אַ געלט-טאַש, פאַני רימען אָדער באַקפּאַק אויף הר הבית.
מע טאָר נישט טראָגן לעדערישע שיך אויף הר הבית. איר קענט ברענגען מיט דיר סליפּערז, אאז"ו ו, און שטעלן דיין שיכלעך אין די לאַקערז רעכט אַרויס די אַרייַנגאַנג.
די מצוה פון "ומקדשי תיראו" איז אויף הר הבית ממש, און מען מוז זיך אפהיטן פון ליכטיגע התנהגות/דיבורים, און זיך אפהאלטן פון לויפן, שפייען אדער אנדערע אומבאהאלטענע התנהגות.
די מקובל איז צו טוישן דעם נוסח ביים סוף פון יעדער ברכה אין שמונה עשיי ווי אזוי למשל. ברוך ה' אלהי ישראל מן העולם ועד העולם, ברוך אתה ה' מגן אברהם אנשטאט ברוך אתה ה' מגן אברהם. אנשטאט צו ענטפערן אמן זאל מען זאגן "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".
הר הביי איז דער שער השמיים און די מערסט שטאַרק אָרט אין דער וועלט פֿאַר תפילה. עס איז געווענליך א מנין טעגלעך אינדערפרי און נאכמיטאג "עליות".
powered by nextbracket.io