א) טהרה/רייניגן:
טהרה פאר קינדער:
קליינע יונגלעך אונטער 9 יאר דארפן זיך נישט טובל'ען – אזוי אויך קליינע מיידלעך וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו די עלטער פון נדות.
הלכות און אנווייזונגען פאר מענער פון 9 יאר אלט און העכער:
(איבערגעזעצט פון הרב יצחק שפירא והרב יוסף פלאי מחברי הספר 'אל הר המור' - בהסכמת הגאון הרב דוב ליאור שליט”א)
מען דארף זיך טובל'ען פארן ארויפגיין, אין א כשרע מקוה, אדער אין א מעיין-קוואל אדער אינעם ים.
פארן טבילה, דארף מען זיך גוט אפזייפן/אפוואשן, זיכער מאכן אז מען נעמט אוועק איעדע חציצה פונקט אזויווי ביי טהרת הנשים, ובפרט פון די נעגל און האר, אפילו אויך פון פלעצער אינעם גוף וואו די מקוה וואסער קומט נישט צו דארטן.
א זב און אזוי אויך א בעל-קרי טארן ביידע נישט אריינגיין צום הר הבית (מחנה לויה). זיבה איז א קרענק וואס טרעפט זיך נישט כמעט היינטיגע צייטן, און בדרך כלל דארף מען צו דעם נישט חושש זיין. א בעל-קרי איז איעדער מענטש וואס איז פון איהם ארויסגעקומען שכבת זרע אדער ענדליכע פליסיגיקייטן, סיי דורך תשמיש-המיטה און סיי אויף אן אנדערן וועג. ווער עס האט געהאט אן עפיזאד פון פליסיגיקייטן וואס זענען ארויס פונעם גוף דורך א אומגעווענליכע אופן צו דורך א קראנקייט און אלץ א רעזולטאט איז ער באזארגט וועגן זיבה - דארף מען פרעגן א שאלת חכם.
למעשה: טאר מען נישט אריינגיין צום הר הבית אן קיין טבילה ווי די הלכה פאדערט. די דאזיגע הלכה גייט אן אויף איעדען וואס איז ניין יאר אלט און העכער.
די טבילה זיך צו רייניגן כדי צו קענען אריינגיין צום הר הבית איז א חיוב מן התורה, אנדערש ווי די געווענליכע מענער טבילות וואס מען איז צוגעוואוינט וואס איז נישט מער ווי א מנהג. דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין אויף אלע נוטיגע צוגרייטונגען וואס וועט ווערן שפעטער דא אויסגערעכנט. ביי איעדע ספק אדער פראבלעם, זאל מען זיך ווענדן צו א מורה הוראה פאר קלארקייט.
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז מען זאל נישט נעמען די גאנצע טבילה לייכט, אבער אויך אין די זעלבע צייט נישט לאזן אז די טבילה זאל אפשוואכן אדער אפשרעקען פון ארויפגיין צום הר הבית, איינמאל מען לערנט אדורך די הלכות און מען פראקטיצירט דאס איינמאל און צוויי מאל, ווערט די גאנצע חפיפה, חציצה, טבילה אסאך אסאך גרינגער, די שוועריקייט איז נאר בעיקר ווייל עס איז פאר רוב מענטשן א נייע נושא און מען איז צו דעם נישט צוגעוואוינט, בזמן שבית המקדש היה קיים האבן אידן ובפרט כהנים זיך געטובל'ט כסדר אלץ א טעגליכע ערשיינונג צו ארויפצוגיין צום בית המקדש און סיי צו עסן תרומה און קדשים בטהרה.
די הלכות פון חציצה ביים טובל'ען איז אז די גאנצע גוף מיט אלע האר זאלן אנרירן און זיין אונטערן וואסער, אן קיין שום צוריקהאלט-חציצה.
איעדע זאך וואס רוב מענטשן זענען אויף דעם מקפיד און ווילן עס אראפנעמען/אוועקנעמען פון זיך פאר מען גייט זיך באטייליגן אין א חשובע פארברענג, אדער וואס דער טובל'ט זיך אליינס איז אויף דעם מקפיד (עס שטערט איהם), ווערט דאס פאררעכנט ווי א חציצה. אפילו דאס איז גאר קליין און דעקט צו נאר א מינדערוויכטיגע חלק פונעם גוף פון דער וואס טובל'ט זיך אדער זיינע האר איז דאס פאררעכנט ווי א חציצה.
א פארב וואס האט נישט קיין ממשות-אנטאפונג (מען פילט גארנישט ווען פירט אריבער דעם פינגער שפיץ דערויף) און דער מענטש קען דאס נישט אראפנעמען – איז נישט קיין חציצה.
מויל-ציין: איבערגעבליבענע עסענווארג צו דאס גלייכן וואס געפונט זיך צווישן די ציין – איז א חציצה. דערפאר דארף דער וואס טובל'ט זיך גוט אויסרייניגן דאס מויל און אויספוצן מיט א ציין בערשטעל פארן טובל'ען. (עס איז רעקאמאנדירט צו נוצן א ציין שפענדל אדער ציין בענדלעך- פלאו"ס צו העלפן מיטן רייניגן). – פערמענאנטע צוגעלייגטע חלקים וואס זענען אריינגעבויעט ביי די ציין, פילינגס, אימפלענט, קרוין וכדו' – זענען נישט קיין חציצה. אנדערע חלקים וואס מען קען ארויסנעמען פון די מויל – זענען יא א חציצה. צוגעלייגטע חלקים וואס זענען נאר צייטווייליג, דענטארס וכדו' - זאל מען פרעגן א מורה הוראה.
מען דארף אויסרייניגן פון שמוץ די אויגן, נאז און אויערן. - קאנטאקט לענסעס (וואס מען איז נישט געוואוינט ארויסצונעמען איעדע נאכט) - זאל מען פרעגן א מורה הוראה.
נעגל: מען דארף אויסרייניגן די נעגל פון די הענט-פיס און בפרט אונטער דעם טייל וואס שטעקט זיך ארויס פון די פלייש פונעם פינגער וואס דארט ווערט געווענליך פארכאפט שמוץ. לאנגע נעגל וואס דער מענטש פילט אז ער דארף דאס שוין אפשניידן – דארף מען אפשניידן פארן טובל'ען.
האר: אויב דער וואס טובל'ט זיך האט לייז אדער ניץ אין זיין האר דארף ער דאס אראפנעמען, און וואס עס איז נישט מעגליך אראפצונעמען, און דער מענטש איז אויך אויף דעם נישט מקפיד – איז נישט קיין חציצה. - שופן (דענדראפ'ס) וואס געפינען זיך אין די האר נאך די חפיפה און אויסקעמען, איז נישט קיין חציצה.
א פארהארטעוועטע שטיקל הויט וואס געפינט זיך העכער די פלאץ פון א קלאפ דארף מען אראפנעמען. אבער אויב איז דא צער ביים אראפנעמען, אדער עס דארף נאך דארט בלייבן כדי אז די קלאפ זאל פארהיילט ווערן – זאל מען פרעגן א מורה הוראה.
א באנדאזש צו דאס גלייכן – איז א חציצה.
א שפענדל וואס שטעקט זיך ארויס העכער די הויט – איז א חציצה און מען דארף דאס אראפנעמען.
הויט וואס הענגט אדער שיילט זיך, א ווארצל וכדו' וואס שטערט איהם – זאל מען אראפנעמען ווי ווייט מעגליך.
מען דארף אויסטוען זייגערס, בראסלעט, צירונגען וכדו' אפילו אויב דאס וואסער קען דערגרייכן אונטער זיי.
אויב מען ברויך ארויסגיין אין בית הכסא – זאל מען דאס טוען פארן טובל'ען.
מען דארף זיך נאכפרעגן אויף די מקווה זיכער צו מאכן אז די מקווה איז כשר פאר טבילה מדאורייתא, וויבאלד עס זענען פארהאן מענער מקוואות וואס די וואסער דערין איז שאובים- אנגעשעפט מיט א כלי און זיי זענען נאר כשר פאר "טבילת עזרא". - עצה טובה: א גוטע עצה איז צו פרעגן דעם מקווה גבאי אויפזעהר וכדו' צו די מקווה איז כשר פאר טובל'ן כלים.
מען זאל זיך נישט טובל'ען אין א מקווה וואס האלט אינמיטן ווערן אויסגעליידיגט (וויבאלד די וואסערן זענען נישט דעמאלטס פארזאמעלט אין איין פלאץ נאר עס רינט 'זוחלים' און איז דערפאר נישט כשר פאר די טבילה).
ביי די מקוואות וואס האבן א פילטער, איז דא וואס זענען מקפיד זיך נישט צו טובל'ען אין די צייט וואס די פילטער ארבעט.
בשעת מען טובל'עט זיך, זאל מען נישט פארמאכן די מויל און די אויגן צו שטארק, אויך נישט עפענען צו סאך, נאר עס האלטן פארמאכט אויף א שוואכע אופן.
בשעת מען טובל'עט זיך דארף מען נישט אויפהייבן די פיס פון די ערד פונעם בור המקווה.
בשעת מען טובל'עט זיך דארף פארזיכערן אז דאס וואסער דערגרייכט צו זיין גאנצער גוף און האר. דערפאר, זאל מען אביסל דערווייטערן די הענט פונעם גוף און אביסל אויסשפרייטן די פיס.
עס איז רעקאמאנדירט אז די טבילה זאל געטאן ווערן וואס נענטער צום ארויפגיין צום הר הבית ווי ווייט מעגליך.
פארן טובל'ען מאכט מען די ברכה: "ברוך... אשר קדשנו במצוותיו וציוונו על הטבילה". אבער, די דאזיגע ברכה זאגט מען נאר אויב איז מען זיכער אז מען איז מחויב מיט א טבילה, דאס הייסט אז מען איז קלאר אז מען האט זיך נישט געטובל'ט זייט מען איז טמא געווארן די לעצטע מאל, און אויך נאר אויב האט מען א כמעט זיכערע פלאן ארויפצוגיין ממש יעצט צום הר הבית.
ווען מען מאכט די ברכה זאל מען זיך טובל'ען איינמאל, דערנאך בלייבן אונטערן וואסער באדעקט ביזן האלז, צודעקן די קאפ, ווי אויך זאל מען ארומלייגן ביידע הענט אונטערן הארץ (כדי צו מאכן א צווישנשייד צווישן דאס הארץ אינעם ערווה לכבוד די ברכה), און אזוי מאכן די ברכה, און דערנאך זיך טובל'ען א צווייט מאל. - נאך א מעגליכקייט איז זיך צו טובל'ען איינמאל, דערנאך ארויסגיין צום פאר-ציממער (וואס דארט בדרך כלל געפינען זיך די מענטשן ווען זיי זענען אנגעטוען), צודעקן דעם קאפ און אויך דעם מקום הערווה, מאכן דארט די ברכה און תיכף זיך צוריקקערן זיך צו טובל'ען א צווייט מאל, און אזוי איז טאקע רעקאמאנדירט צו טוען ווען די מקווה געפינט זיך אין די זעלבע ציממער ווי די מקלחות-שאוער"ס געפינען זיך (וויבאלד אז אין אזא פאל זענען דא וואס אסר'ן צו מאכן א ברכה אינעם מקווה).
א 'טבול יום'; (איינער וואס האט זיך געטובל'עט היינט בייטאג און די זון איז נאך נישט אונטער- געגאנגען) איז מותר אריינצוגיין אינעם הר הבית, דערפאר פעלט נישט אויס זיך צו טובל'ען א טאג פריער. עס זענען אבער יא וואס זענען מחמיר אויף דעם אין טובל'ען זיך יא א טאג פריער (זיי טובל'ען זיך אויך נאכאמאל דעם קומענדן טאג, ווייל אפשר זענען זיי טמא געווארן אויפדערנאכט ביים שלאפן, די ברכה אבער מאכן זיי נאר אויפן ערשטן טבילה אינעם פריערדיגן טאג).
נאך די טבילה זאל מען זיך עקסטער אב-אכט געבן פון טומאה דורך נישט צוקומען צו חימום און חיכוך ביים מקום הערווה.
אויב איז מען ארויס אין ביה"כ נאך די טבילה אין די קאליר אדער קלארקייט פון די מי רגלים האט אויסגעזעהן גאר אנדערש ווי געווענליך – זאל מען פרעגן א מורה הוראה, מען דארף אבער נישט קוקן דערויף בשעת מען גייט ארויס.
נאך די טבילה זאל מען לכתחילה זיך נישט וואשן נאכאמאל אין א מקלחת-שאוע"ר.
.עס איז רעקאמאנדירט אז איינער וואס רייניגט זיך צום ערשטן מאל פאר די געברויך פון ארויפגיין צום הר הבית, זאל דורכשמועסן אלע דעטאלן מיט א תלמיד חכם וואס האט עקספיריענס אין דעם נושא
(איבערגעזעצט פון הרבנית עידית ברטוב/נשים למען המקדש)
אזהרה: די דאזיגע אנווייזונגען זענען נאר געשריבן אלץ א סיכום פאר פרויען וואס זענען שוין אריבערגעגאנגען אלגעמיינע הדרכה/אנווייזונגען • די אנווייזונגען זענען אויך נישט פאר כלות פאר די חתונה
איעדע מיידל אדער פרוי וואס האט שוין געברענגט סימני בגרות איז מחויב זיך צו רייניגן פארן ארויפגיין צום הר הבית, דאס האט גארנישט צוטון צו מען איז חתונה געהאט אדער נישט.
ווען די צייט פון זיך אפשיידן פון די ווסת האט זיך פארענדיגט (כאטש פינף טעג פאר אשכנזים און כאטש פיר טעג פאר ספרדים), זאל מען אפשווענקן דאס פלאץ, און מאכן א הפסק טהרה פאר די צייט פון די שקיעה (מען קען פרובירן אפאר מאל ביז עס געלונגט).
ציילן די שבעה נקיים, לכתחילה זאל מען אונטערזוכן מיט א עד איעדען טאג אינדערפרי און אויך אויפדערנאכט פאר די שקיעה. די בדיקות פון די ערשטע טאג און די זיבעטע טאג איז נייטיק.
פאר די גאנצע זיבן טעג זאל מען אנטון א ווייסע בגד.
אינעם זיבעטן טאג נאך די צאת הכוכבים (די נאכט וואס גייט צום אכטן טאג) דארף מען זיך טובל'ען אין א מקווה אדער אין א קוואל.
עס זענען פארהאן מקוואות וואס מען דארף מיטברענגן א האנטוך-מגבת פון אינדערהיים.
א טבילה פארן ארויפגיין צום הר הבית זאל מען זיך נישט טובל'ען אום פרייטאג צונאכטס.
פארן טובל'ען דארף מען אראפנעמען פונעם גוף אלע חציצות וואס האלט צוריק דאס וואסער פון אנרירן דעם גוף.
מען דארף אראפנעמען די חציצות נאנט צו די טבילה.
מען זאל זיך ארומוואשן און אפזייפן דעם גאנצן גוף מיט ווארעמע וואסער, עס איז רעקאמאנדירט זיך צו וואשן אין א וואנע.
מען דארף ארומוואשן די האר (מיט שמפו און מרכך נוזלי), און עס אויסקעמען. ווען עס פעלט אויס – אויך מיט א הארטערע קאם.
מען דארף רייניגן די ציין מיט א בערשטעל און אויך צווישן די ציין מיט פלאו"ס אדער ציין שפענדליך. מען זאל נישט עסן אינעם טאג פון טבילה עסענווארג וואס בלייבט שטעקן צווישן די ציין (בהמה פלייש, מאראנצן וכדו').
מען דארף אראפנעמען די צירונגען, קאנטאקט לענסעס, באנדאזש, מעיק-או"פ, אדער עפעס אנדערש וואס מען האט אנגעשמירט אויפן גוף, זאכן וואס מען האט אויף די ציין און קען ווערן ארויסגענומען, וכדו'.
מען דארף רייניגן די נאז, אויגן, אויערן (אויך די אויעררינגל לעכער), נאוועל.
מען דארף שניידן די נעגל פון די הענט-פיס, און גוט אויסרייניגן צווישן די פלייש און די נעגל. מען דארף אראפנעמען די פאלי"ש פון די נעגל.
מען זאל נישט זיין פארנומען אין די טאג פון די טבילה מיט טייג, ליים, בלאטע, גלוי, פארבן וכד'.
מען דארף גיין אין בית הכסא פארן טובל'ען.
אלע האר וואס די פרוי פירט זיך אראפצונעמען, דארף זי אראפנעמען פאר די טבילה, ווייל זי איז אויף דעם מקפיד ווערט עס א חציצה.
מען דארף נישט אראפנעמען טריקענע הויט וואס הענגט נישט, אדער פערמענאנטע פילינגס אין די ציין און פארהארטעוועטע הויט אויף א פרישע מכה. אויב זי איז געוואוינט אפצורייבן די טרוקענע הויט ביי די פלאך פון די פיס, דארף זי דאס אפרייבן פארן טבילה, ווייל זי איז אויף דעם מקפיד ווערט עס א חציצה.
ווער עס איז מקפיד צו פארבן די האר זאל זי פארבן פארן טבילה. מען זאל נישט פארבן אין די טאג פון די טבילה.
מען דארף אפווישן סיי וועלכע קרים אדער זאלב וכד' פונעם גוף.
מען דארף אפווייכן וואונדן, אראפנעמען פארטריקענטע בלוט אדער פארטריקענטע אייטער.
זאכן וואס שטעקן זיך ארויס העכער די הויט (שפענדל, סטיטשעס) דארף מען אראפנעמען.
צוגעבויטע נעגל זענען נישט קיין חציצה.
מען דארף רייניגן די פיס פלאכען פון שמוץ, שטויב וכד'.
מען דארף גוט באטראכטן און אריבערגיין די גאנצע גוף (דורך טראכטן, זעהן און טאפן) און ארומזוכן זיכער צו מאכן אז איעדע חציצה איז געווארן אוועקגענומען.
ביים אריינגיין אין וואסער זאל מען שוואכליך פארמאכן די מויל און די אויגן.
אין די צייט פון די טבילה דארף די וואסער אנקומען אין די זעלבע צייט צו אלע ערטער פונעם גוף, דאס נעמט אויך אריין אין זיך די האר פון קאפ.
מען דארף מאכן די ברכה אויפן טבילה- "ברוך... אשר קידשנו במצוותיו, וציוונו על הטבילה".
איעדע איינע טובל'עט זיך די צאל טבילות אזויווי די מנהג פון איהר משפחה. (די געווענליכע סדר איז: איין טבילה, זאגן די ברכה, דערנאך זיך טובל'ען נאכאמאל).
פון די טאג פון די טבילה און ביז די קומענדע מאל וואס מען זעהט די ווסת איז די פרוי טהור.
אנרירן א אנדערע פרוי וואס איז טמא, אדער אנרירן קליידער וואס מען האט אנגעהאט אין די צייט פון טומאה, איז נישט מטמא.
עס זענען דא וואס פירן זיך צו בעטן א תפלה נאך די טבילה: יהי רצון מלפניך ... שייבנה בית המקדש במהרה בימינו... אזוי ווי די תפלה וואס מען בעהט ביי די סוף פון תפילת העמידה.
א פרוי וואס האט מקיים געווען יחסי אישות דארף זיך גוט ארומוואשן און אויסווישן, און זיך טובל'ען אויף די זעלבע וועג ווי א נידה נאר אן די הפסק טהרה, בדיקות, שבעה נקיים אן אן זאגן א ברכה.
גרושות און אלמנות וואס האבן זיך געטובל'עט נאך די לעצטע וסת און מקיים געווען יחסי אישות מיט זייער מאן, דארפן זיך טובל'ען פונקט ווי איעדע אשה נשואה. אויב איז נישט פארגעקומע קיין יחסי אישות זייט די לעצטע טבילה דארפן זיי זיך נישט טובל'ען נאכאמאל.
אויב זענען זיי געווארן גרושות אדער אלמנות פאר די ענדע פונעם וסת און זיי האבן זיך זייט דעמאלטס נישט געטובל'עט, דארפן זיי ציילן שבעה נקיים און זיך טובל'ען.
א מיידל וואס האט געזעהן דם נאך איהר געבורט, זאל זי פרעגן א מורה הוראה.
די טבילה אין א מקווה קאסט געלט, די סכום טוישט זיך, געווענלך קאסט דאס בערך ₪30.
אין א חלק פון די מקוואות קען מען קריגן האנטוכער, שמפו וכד', אבער אין אנדערע דארף מען אלעס ברענגן פון אינדערהיים (און עס איז דא אזעלכע מקוואות וואס מען קריגן די אלע זאכן פאר א עקסטערע באצאלונג).
אין רוב מקוואות איז פארהאן א אריינגאנגס ציממער, און פון דארט אריינגאנג צו די פריוואטע ציממערן. פון די פריוואטע ציממערן איז דא נאך א טיר וואס גייט צום בור הטבילה, וואס געפינט זיך אין א עקסטערע ציממער.
ווען מען פארענדיגט מיט אלע צוגרייטונגען זאל מען רופן די בלנית, אדער קלאפן אינעם טיר, און זי וועט שוין לאזן וויסן אויב די חדר הטבילה איז ליידיג.
בשעת מען טובל'עט זיך זאל מען שוואכליך איינבייגן די קניען, אזוי אז די וואסער קומט אן צו אלע ערטער פונעם גוף. די הענט זאל מען אויסשפרייטן אויף פאראויס אזויווי מען לאנט זיך ווען אן און אזוי זיך אראפלאזן אונטערן וואסער.
עס זענען פארהאן מקוואות וואס ערלויבן נישט די טבילה פון אומפארהייראטע פרויען, למשל אין ירושלים. מער פריינטליכע מקוואות זענען פארהאן אין די יישובים פון גוש עציון, און א טייל פון די יישובים יו"ש און די מושבים, און אויך אין א טייל פון די שטעט. אויך די מקווה פקיעין אין ת"א איז פריינטליך פאר דעם.
מען קען זיך טובל'ען אינעם ים אדער אין א טיפן קוואל-מעיין. מען דארף געווארענט זיין זיך אב-אכט געבן פאר זיכערהייט און געפארן. מען קען זיך טובל'ען מיט א העמעד אדער מיט א ברייטערע קלייד אן קיין גומי וואס איז נישט באהאפטן צום גוף.
לויט די הלכה און די חוק, מעגסטו דיך טובל'ען אן די נוכחות פון א בלנית, דאס פאדערט אבער צו האבן עקספירענס כדי צו זיין פארזיכערט אז די גאנצע האר גייט אריין אונטערן וואסער. מען קען אנכאפן די גאנצע האר און עס ארויסלאזן ווען מען איז שוין אונטערן וואסער. ביים ערשטן מאל איז רעקאמאנדירט מיט צוברענגן א חברה, שוועסטער וכו' כדי צוצוהעלפן מיט די טבילה.
לויט די הלכה און די חוק ביסטו נישט מחויב צו ענטפערן אויף קיין שום פריוואטע פראגעס, און די בלנית טאר דיר נישט אויספרעגן, פארשטן אדער אונטערזוכן און קיין שום וועג.
אסאך פון די אויבענדערמאנטע הלכות פון טהרה גייען אן נאר בזמן הזה, ווען דאס בית המקדש וועט ווערן אויפגעבויט במהרה בימינו, וועלן זיי זיך טוישן.
פאר א ליסטע פון מקווואות איז רעקאמאנדירט צו קוקן:
באתר מיקווה.נט https://mikve.net/mikvaot/jerusalem
באתר עיריית ירושלים: https://www.jerusalem.muni.il/he/residents/religion/mikvaot
באתר EASY: https://easy.co.il/list/Mikvaot?region=933
פארן באזוכן הר הבית מוז מען זיך טובלען אין א מקוה וואס איז כשר מדוריאסא (ביבליקלי כשר). פילע מענער מקוואות זענען בלויז גוט פֿאַר וואָס איז גערופן "ווילס עזרא" אָבער זיי זענען נישט גענוג כשר פֿאַר טוויללע ד'אוריאַסאַ. דעם טבילה זאָל נעמען אָרט דער מאָרגן פון דיין וויזיט.
פארן באזוכן הר הבית מוז מען זיך טובלען אין א מקוה וואס איז כשר מדוריאסא (ביבליקלי כשר). פילע מענער מקוואות זענען בלויז גוט פֿאַר וואָס איז גערופן "ווילס עזרא" אָבער זיי זענען נישט גענוג כשר פֿאַר טוויללע ד'אוריאַסאַ. דעם טבילה זאָל נעמען אָרט דער מאָרגן פון דיין וויזיט.
אויב האט מען שוין געהאט קיין סעמינאלע ארויסגעבונג זינט די לעצטע טווילה, דאן דארף מען זאגן א ברכה גלייך פארן טובלען בשעת מען שטייענדיג אין וואסער מיט פארפליכטע הענט איבער די ברוסט.
די ברכה איז ברוך... אשר קדשנו במצוותיו וציוונו על הטבילה.
מען זאָל נישט טראָגן אַ געלט-טאַש, פאַני רימען אָדער באַקפּאַק אויף הר הבית.
מע טאָר נישט טראָגן לעדערישע שיך אויף הר הבית. איר קענט ברענגען מיט דיר סליפּערז, אאז"ו ו, און שטעלן דיין שיכלעך אין די לאַקערז רעכט אַרויס די אַרייַנגאַנג.
די מצוה פון "ומקדשי תיראו" איז אויף הר הבית ממש, און מען מוז זיך אפהיטן פון ליכטיגע התנהגות/דיבורים, און זיך אפהאלטן פון לויפן, שפייען אדער אנדערע אומבאהאלטענע התנהגות.
די מקובל איז צו טוישן דעם נוסח ביים סוף פון יעדער ברכה אין שמונה עשיי ווי אזוי למשל. ברוך ה' אלהי ישראל מן העולם ועד העולם, ברוך אתה ה' מגן אברהם אנשטאט ברוך אתה ה' מגן אברהם. אנשטאט צו ענטפערן אמן זאל מען זאגן "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".
הר הביי איז דער שער השמיים און די מערסט שטאַרק אָרט אין דער וועלט פֿאַר תפילה. עס איז געווענליך א מנין טעגלעך אינדערפרי און נאכמיטאג "עליות".
powered by nextbracket.io