מיין הארץ איז געווארן אנגעפילט מיט פרייד ווען מ'האט מיר געזאגט לאמיר גיין צום הויז פון השם יתברך
””מיר עם ישראל זענען באאויפטראגט צו שטענדיג זוכן און פאדערן דאס בית המקדש
איינס פון די שטערקסטע און חשובס'טע מיטלען היינטיגע צייטן צו ווייזן אז מיר ווילן דעם בית המקדש איז דורך ארויפגיין צום הר הבית
וועלכע יוד דאווענט נישט מיטן פנים אויסגעדרייט צום מקדש? עס איז אבער נישט גענוג נאר צו דאווענען מיטן פנים און הארץ צום מקום המקדש - עיני וליבי שם כל הימים - דער הר הבית איז דער הייליגסטער מקום תפלה אין דער גאנצער וועלט, דארט זענען אונזערע תפלות די מערסטע ראוי צו ווערן אנגענומען - עס איז קיינמאָל נישט געווען גרינגער ווי היינט! מען קען באזוכן דעם הייליג ארט מיט הייליגע געפילן מיט זיכערקייט, באַקוועמליכקייט און 100% אויסגעהאלטענקייט על פי הלכה צו דאווענען און מקיים זיין די מצות עשה פון מורא מקדש.
באַקומט דא די פולע אינפֿאָרמאַציעשלא נעזוב ביד זולתינו מן האומות (רמב"ן) פון גאנץ ארץ ישראל איז הר הבית די חשובס'טע ארט וואס דארף זיך געפונען אונטער עם ישראל'ס הענט. עס ליגט אויף אונז א חוב קדוש מצד יישוב און ירושת הארץ אויסצולייזן דאס הייליג אָרט פונעם יעצטיגן מצב פון חילול השם דורך די שועלים הטמאים. הר הבית איז השי"ת'ס אויסוואל אלץ א וואוינאָרט פֿאַר די שכינה. מיר דארפן באווייזן פאר זיך אליין און פאר דער גארער וועלט, אז מיר זענען ערנסט פאראינטרעסירט אין דאס ארט.
ווען דערגרייכן דעם הר הבית איז פּלוצלינג ערמעגליכט געווארן אינעם יאר ה'תשכ"ז, איז געווען אַזוי פיל צומישעניש ביים ציבור, אז בלויז דאָס אליינס האָט געברענגט די רבנים צו בעטן דעם ציבור צו שטיין ווייט פונעם אָרט, אויס זאָרג אז מען וועט עובר זיין אויף הארבע הלכות. יעצט, מער ווי 50 יאָר שפּעטער, שטימען שוין אַלע צו וואו עס געפונט זיך דאס אָרט פון די עזרה. דערפאר ווי לאנג מען פאלגט נאך די הלכה, קענען מיר רואיג באזוכן דעם הר הבית און דערשפירן די קדושה אליין.
לערן מערוּפָחֲדוּ אֶל ה' וְאֶל טוּבוֹ בְּאַחֲרִית הַיָּמִים
א"ר שמעון בן מנסיא זה בית המקדש ההר הטוב
יודן, זייט מקרב די גאולה! דורך דורש זיין דעם בית המקדש צוזאמען מיט השראת השכינה און חזרת מלכות בית דוד (הושע ג' ה')
powered by nextbracket.io